Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Saturday, January 27, 2007

--



חנהלען

אין דיינע אױגן לעבט אַ ים אַ גרינער,
די זונשיין פון אַ ווייט און טייער לאַנד,
און אַלע צרות מיינע גלייך אַנטרינען,
װען כ'פיל די פינגער דיינע אין מיין האַנט.

דו האָסט געשאָנקען מיר דעם ריינעם הימל,
איך האָב מיט דיר געקענט אױפסניי דערזען
אַ שטראַל, אַ טראָפּן ראָסע אין אַ בלימל,
און זאָל דאָס אַלץ געשען, וואָס דאַרף געשען.