Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Saturday, March 10, 2007

צוויי סאנעטן



--



עדוואַרד האָפּער, Edward Hopper, 1882-1967


אין קאַפע

כ'בענק נאָך אַ גאַס אַ שטויביקער און העלער,
אויף וועלכער קיינמאָל בין איך ניט געווען,
וואו ווייכע ווינטן בלאָנדזשען צווישן ווענט,
און ס'קלינגען אומבאַקאַנטע, מאָדנע קולער.

מיר זיצן אינעם וואַרעמען קאַפע,
וואו מענטשן טרינקען, פרעמדע לידער זינגען.
כ'וויל קושן דיינע פינגער, קוש איך רינגען,
נאָר מיר איז גוט. די לופט איז שווער און פעט.

מיר עסן מיט איין גאָפּל פון איין טעלער.
אין ווינקל זיצט אַ קראַנקער מאַנעקען,
מיין אָפּשפּיגלונג. איך האָב אים באַלד דערקענט.
דו ביסט מיין האָב־און־גוטס, איך בין דיין פעלער.

דער קאָפּ איז פּוסט. ס'איז גוט צו רעדן סתם.
די קעלנערקע ברענגט אונדז אַ בעכער סם.




אַן עק וועלט

נאָך אַ מאָל אַ זונפאַרגאַנג אַ בלאַסער,
ס'רייסט די אויגן דער צעשמירטער פלעק,
אויף די כוואַליעס ליגט אַ רויטער שטעג,
ווייסע וואָלקנס רוען אָפּ געלאַסן.

גוט איז דאָ צו זיצן אויף די שטיינער,
וועלכע וועלן אפשר אייביק שטיין,
און כאָטש איינער איז אַוודאי קיינער,
דאַרף מען אויכעט טייל מאָל זיין אַליין.

אין דער ווייטן שפּיגלען זיך אין וואַסער
ברענענדיקע סאָסנעס אויפן ברעג,
פירן שפּורן עמעצנס אַוועק,
אָפּגעדרוקטע אויף דעם זאַמד דעם נאַסן.

און דער ים איז בלוי און רואיק־טיף,
און אַ ווינט ברענגט שפּליטערס פון אַ שיף.



עדוואַרד האָפּער, Edward Hopper, 1882-1967