Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Saturday, September 15, 2007


-






***

די ליבע, אַלטע שטאָט האָט אָפּגעברענט
מיט אירע הייזער, פּאַרקן און וואָקזאַלן.
אַ שוואַרצער בױגן איז אַרױסגעפאַלן
אױף דר'ערד פון מיינע ציטערדיקע הענט.

ווי פױלע ציינער שטאַרצן קרומע ווענט,
און דער לבנהס בלאַסע, טױטע שטראַלן
באַזילבערן די וואַסער פון קאַנאַלן.
דער אָנהייב ווערט געבױרן פון דער ענד.

קיין שטים, קיין טריט ניט צו דערהערן: שטיל,
אַלץ ליגט אין חורבות, גאָרנישט איז געבליבן,
און ס'איז געוואָרן ענג, כאָטש נעם און ביל.

טאָ זיי געזונט, מיין טייערע, מיין ליבע,
מיין גליק און מיינע צרות. כ'גיי צוריק,

וואו ס'הענגט איבערן טייך די לעצטע בריק.








נערוועז־פּאַראַליטישע נאַכט

אַ שאַרפער ראַנד פון דער לבנה
צעשניידט דאָס הימלשע געוואַנט.
די וועלט ווערט פרעמד און אומבאַקאַנט –
אַ נייע שרעקלעכע מתנה.


כ'בין גרייט, איך וואַרט אױף אַ סכנה.
דער זייגער טיקעט אױף דער וואַנט,
די ווייזערס לױפן נאָכאַנאַנד,
די צייט טריפט אױס ווי בלוט פון דלאָניע.

צוויי שעפּן זיינען פול מיט טינט,
זיי הענגען, גליווערן און זינקען
אין תהום כמעט זעקס טױזנט יאָר.

און קאַלטע, ווייסע אױגן ווינקען.
שױן זע איך, ווי פון מיזרח רינט
אַ מוטנער, געלבלעכער קאַיאָר.



LONGING by Pamela Williams


***

איך האָב זיך ווידער אומגעקערט צו דיר,
צו דיר, מיין ליבע, טייערע און צאַרטע.
כ'האָב אױסגעפונען אױף אַן אַלטער קאַרטע
די גאַס, דערנאָך דיין הױז אין דיין קוואַרטיר.

איך בין געקומען. איך דערקען די טיר,
דעם קאָרידאָר, די קיך מיט בענקלעך האַרטע.
מיר דאַכט, מיר זיינען ביידע אָפּגענאַרטע:
דו וואַרטסט אומזיסט אױף עפּעס, איך פאַרליר.


דו ביסט די זעלבע, וואָס דו ביסט געווען,
ווען מיר'ן זיך געזען, כ'געדענק ניט ווען.
איך ווייס, דו וועסט מיך פרעגן: "ווילסטו עסן?"

איך האָב זיך ניט דערמאָנט, נאָר אין זכרון
האָב איך געהיטן דיך די אַלע יאָרן.
כ'האָב ניט געבענקט אין ניט געקענט פאַרגעסן.







דער זקן

Ты жил, старик!
Лермонтов

דאָס טאָגליכט הענגט אין פּאָליש ווי אַ האַנטעך אױף אַ האָקן.
סוצקעווער


אַ פּוסטע שול. אַ גרױער זקן זיצט,
איבער אַ שווערן ספר איינגעבױגן.
די טרערן שטייען אים אין זיינע אױגן,
אין דרױסן גיסט אַ רעגן און עס בליצט.

און דאָ איז קאַלט און שטיל. דער אַלטער זיפצט,
די שורות טאַנצן אױפן געלן בױגן.
צו וואָס איז דאָס? אױף וואָס זשע וועט עס טױגן?
נאָר ער איז טאַקע לעבעדיק ביז איצט.

ער האָט געלעבט. ער האָט, וואָס צו פאַרגעסן,
ער האָט געשלאָגן זיך און אָפּגעזעסן,
ער האָט אַ סך געזען, נאָך מער געהערט.

און ווידער לערנט ער זיין בלאַט גמרא.
די וועלט וועט שטיין, ווען ער וואָלט דאָך געוואָרן
דער לעצטער מענטש אױף דער פאַרוויסטער ערד.






נתן אַלטמאַן Натан Альтман (1889–1970)




יעקב און עשו

(סאָנעט)

ער
איז
דער
ריז:

הער,
שיס,
נער
זיס!

גיט
מיר
דאָס,

וואָס
איר
היט.




יעקבס און עשו'ס געבורט