Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Tuesday, March 08, 2016

!ישראל נעקראסאווס ערשט בוך לידער דערשינען

י
לעצטנס, מיט א חודש צוריק איז אין תל-אביב אַרויס פון דרוק די ערשטע לידער-זאַמלונג פונעם פּעטערבורגער דיכטער ישראל נעקראַסאָוו. י

איינצײַטיק איז דאָס געוואָרן דאָס ערשטע בוך פון דער נײַער סעריע "ביבליאָטעק פון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור", וואָס וועלוול טשערנין און מיכאל פעלזענבאַום האָבן צוגעטראַכט און אָנגעהויבן פאַרווירקלעכן. י

די הילע איז אויסגעפורעמט געוואָרן דורך אונדזער פרײַנד דעם טלענטירטן קינסטלער משה הימיין. זי וועט זײַן דער יסוד פאַרן אויספורעמען אַלע ביכער פון דער סעריע. י

איצט אין די ראַמען פון דער סעריע ווערט צוגעגרייט צום דרוק די ערשטע ייִדישע לידער-זאַמלונג פונעם מינסקער דיכטער פעליקס חיימאָוויטש (אויף ווײַסרוסיש האָט ער שוין עטלעכע לידער-זאַמלונגען). הקיצור, ניט נאָר עם ישראל חי, נאָר אויך די ייִדישע ליטעראַטור גייט ן ווייטער. י

די הילע פונעם נייעם בוך לידער