Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Sunday, October 29, 2006


ישראל נעקראַסאַָוו



***

אַ יעדער טאַָג – דער זעלבער װעג:

דער זעלבער פּלאַץ ביי דעם קאַנאַל,

דער זעלבער סאַָד, דער זעלבער ברעג,

די זעלבע בריק און דער װאַָקזאַל,


אַן אַָפּשטעל פאַרן סװעטאַָפאַָר,

דער רױטער מױער, דער זאַװאַָד,

דער דענקמאַָל, די אַפּטײק... איך פאַָר

און װאַרט: איך קום אַהײם, און אַָט...




***



לאַטיין־אַמעריקאַנישע רעװאַָלוציע

אַ רײ פּאַָליציאַנטן שטײט.
אַָט פליט אַ שטײן, וױטרינעס פּלאַצן,
מאַשינען ברענען װי שטורקאַצן,
מיט שפּליטערס איז די גאַס פאַרזײט.
דער עולם גיסט זיך װי אַ שטראַָם:
סטודענטן, הורן, נאַרקאַָמאַנען,
און אין אַ רױך מאַריכואַנאַ
קלינגט אומעטום דאַָס װאַָרט "פּאַָגראַָם",
דאַָס זיסע װאַָרט. מע טײלט אַ גזל.
אין װאַָס איז שולדיק דער כינעזער,
װאַָס װײנט ביי זיין פאַרברענטער קראַָם?
װײן ניט און זיי צופרידן, פריינד,
אַז דו ביסט לעבעדיק ביז היינט.
אין װאַָס זשע זיינען שולדיק אַלע,
װער לעבט און אַרבעט, האַנדלט, בױט?
דובינקעס פייפן, מענטשן פאַלן,
די שטאַָט איז ברודיק, שװאַרץ און רױט,
נאַָר מאַָרגן װעט זי רײנער װערן.
דעם עולם רעװאַָלוציאַָנערן
האַָט גיך באַרואיקט אַ בראַנדספּױט.


***



אין פּאַרק

צװישן גיפּסענע דעלפינען,
שטרענגע אַרבעטער און מײדלעך
האַָב איך נאַָך אַ מאַָל פאַרלױרן
דאַָס באַוואוסטזיין און דעם בייטל.
װעל איך פּרואוון צו געפינען
די פאַרלוסטן, זוכן װעל איך.
די מוזיק רינט אין די אױ'רן,
פליט אַהער פון װייטע װייטן.
זאַָל זי רינען, רינען, רינען!
מיר איז גוט און מיר איז פרײלעך.
ניט געשטאַָרבן, ניט געבױרן,
טאַנצן אױפן לעצטן זייטל
מענטשלעך ראַָזעװע און גרינע.
זײ צעגײען שױן פּאַמעלעך,
דאַָס געזאַנג װעט אײביק דױ'רן
און זיך בייטן, בייטן, בייטן.


***

אַ מײדל מיט באַגינען־שטראַלן
אין די האַָר
האַָט מיר געבראַכט
אין אַָװנט אַ קאַיאַָר,
האַָט מיר געשענקט
די שטילקײט פון איר קול,
האַָט מיר געשענקט
די קילקײט פון איר גוף.
און אַָט גײ איך אַראַָפּ, װי אין אַ טאַָל
פון װילדע בערג, און רעגנס, שנײען, בלעטערפאַלן,
אַלץ איז געװען אי נעכטן, אי אַמאַָל.
טראַכט אױס אַלײן כאַָטש עפּעס, טו אַ פּרואוו.


***

דו ביסט געקומען, דורכגעזאַפּט מיט פּיין,
מיט צערטלעכקײט און װײטיק אַָפּגעבריט.
אַ טראַָפּן בלוט איז ענלעך אױף אַ טראַָפּן װיין,
די װעלט איז זײער אַלט, די װעלט איז קראַנק און מיד.

נאַָר דו ביסט דאַָך מיט מיר, מיר שלאַָפן בײדע איין,
און שטאַרבן אַָט אַזױ, פּאַמעלעך, איז אונדז גוט.
מיין שײנהײט, דו האַָסט מיר געשענקט דיין לעצטע שיין,
אַ בעכער װיין איז ענלעך אױף אַ בעכער בלוט.





2 Comments:

  • At 1:02 AM, Blogger евгарм said…

    Хороший сайт, правда я не знаю идиш достаточно хорошо. А чего вы не ездите в мастерскую переводов в Иерусалим

     
  • At 4:43 PM, Blogger Grunia said…

    Israel, I sent you a few letters, but they didn't reach you, the address you changed. Please, send me your e-mail address, I want to be in contact with you. All the best,
    Grunia Slutzky-Kohn

    grunia11@yahoo.com

     

Post a Comment

<< Home