Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Friday, April 18, 2014

דאָס ליכט (דרײַ סאָנעטן אין איינעם) י



-




uuuuuuuu



  
איך וועל ניט פרעגן,             וואָס וועט שפּעטער זײַן,              
איך וױל ניט וױסן,                וואָס וועט דעמלט קומען              
ווען ס'וועט זיך גיסן              אין דעם לאַנד דעם שטומען          
אַ קאַלטער רעגן                 פון דער ווײַסער שײַן?   
 
אין הױכע ברעגן                  פון דער גרױער פּײַן        
וועט אייביק פליסן                צו דעם סוף דעם קרומען –          
דער חודש ניסן.                  טרוקן איז דער גומען,   
וױסט זײַנען שטעגן,              און סע שמעקט מיט ווײַן.             
 
און ס'וױלט זיך וױדער           לעבן ווײַטער, ווײַטער –              
ליב האָבן, טענהן –              ז'אוממיגלעך, אומזיסט,   
איך בין אַ מידער,                נאָר סע שטייט מײַן לײַכטער        
 
און לאַנג וועט שײַנען            צוױשן שטױב און מיסט              
דאָס ליכט דאָס דינע         שווער איז צו פאַרלירן    
דאָס, וואָס וועט מיך פירן.       טאָ ברען, מײַן שינאה –  

0 Comments:

Post a Comment

<< Home