Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Tuesday, November 21, 2006

כ'שלאָף איין אױף אַ מירמעלנער באַנק אין מעטראָ

<>




***

– כ'בין דיין קנעכט, מיין באַליבטע, מיין הײליקע פרױ,

ס'איז דיין נאָמען אין האַרצן ביי מיר אױסגעקריצט.

ווען דו ווילסט, וועל איך שטאַרבן!

– נו, שטאַרב, אױב אַזױ...

כ'לעב אוודאי ביז איצט.




***

אין דרױסן איז רעגנדיק, ברודיק און גראָ.

כ'שלאָף איין אױף אַ מירמעלנער באַנק אין מעטראָ.

פאַרבייגייער איילן אַהין און אַהער,

און אױף אַ גיטאַרע שפּילט אַן אָפיצער

און זינגט פון מלחמה, וואו ער האָט אַמאָל

פאַרלאָרן די פוס, און סע כריפּעט זיין קול.

קיין צייט קיינער האָט ניט צו הערן זיין שפּיל.

סע פאַלן מטבעות אין הוט אױפן דיל.






***

ס'ווילט זיך אָפּלײגן נאַרישע פּלענער אױף שפּעטער

און אַרױסוואַרפן פּוסטע חלומות ווי מיסט,

ווען סע שורשעט אָקטיאַבער מיט מעשענע בלעטער,

און דער הימל איז רײן, נאָר די זון שיינט אומזיסט.