Yisroel Nekrasov LIDER ישראל נעקראַסאָוו Исроэл Некрасов

Monday, December 04, 2006

<>



מאַי אין װילנע

די אַלטע װעלט איז לאַנג אַװעק, נאָר כ'וועל ניט וויינען,
איך קען ניט גלײבן, אַז די שכינה רוט
אױף אָט די געסעלעך, באַשאָטענע מיט ביינער,
דאָ, וואו די ערד איז דורכגעזאַפּט מיט אונדזער בלוט.

...די ווערבעס, טרױ'ריקע און צאַרטע, װערן גרינער.
סע בליצט דער טייך. סע גייט צום סוף דער טאָג.
אין רעסטאָראַנען קלינגט די שפּראַך פון די ליטווינער,

און פּיאַטראַס וואַרט אױף זיין יאַדוויגאַן ביי דעם ראָג.